טייערע לייענערס,

מיר דערלאנגען אייך א פארבעסערט וועבזײַטל פון אונדזער ווירטועלן שטעטל. ס'איז א וויכטיקער מאָמענט וואָס קומט פאָר איין מאָל אין צען יאָר. דאָס ווירטועלע שטעטל וועבזײַטל איז געשאפן געוואָרן אין יאָר 2009. עס איז געווען אן איניציאטיוו פון דער פונדאציע פונעם פּוילישן יידישן היסטאָרישן אינסטיטוט.

אין יאָר 2012 איז דאָס וועבזײַטל איבערגעגאנגען אינעם רשות פונעם מוזיי פאר דער געשיכטע פון די פּוילישע יידן – "פּולין". מיט דער צייט האָט דאָס וועבזײַטל פארברייטערט זײַן פארנעם. ס'איז כדאי צו דערמאנען דאָ אז עס פארמאָגט אן ערך 200,000 עקספּאָנאטן (טעקסטן, נײַעסן, בילדער, גענעאָלאָגישע אינפאָרמאציע און אזוי ווײַטער) און די צאָל באניצערס איז געשטיגן צו אכט און צוואָנציק טויזנט. א סך לייענערס זענען געוואָרן שרײַבערס. אין דער תקופה פון 2009 ביז 2017 האָט די צאָל לייענערס דערגרייכט צען מיליאָן, און די צאָל באזוכערס פינעף און דרײַסיק מיליאָן. 

די פארבעסערונג-ארבעט פונעם וועבזײַטל האָט געדויערט צוויי יאָר. מיר האָבן געוואָלט נישט נאָר לייזן די טעכנישע און לאָגישע שוועריקײַטן נאָר אויך אריינפירן צוויי צוגאָבן צו אונדזער וועבזײַטל: גענעאָלאָגיע און געשיכטע שבעל-פּה. די איבערזעצונג און די ארבעט פון דער רעדאקציע האָבן זיך נאָך נישט געענדיקט, און וועט ממשיך זײַן אין ווינטער 2018. מיר האָפן אז די פארבעסערטע ווערסיע פון אונדזער וועבזײַטל וועט אייך געפעלן.

מיר דארפן אָבער דערמאנען אז דער ציל פונעם "ווירטועלן שטעטל" איז נישט בלויז צו דערגרייכן א גרעסערן עולם. אונדז גייט נישט אָן דווקא אין איבערשטײַגן אנדערע פוילישע געשיכטע-וועבזײַטלעך. אונדזער הויפּט-עובדה איז צו פארווירקלעכן די אויפגאבע פונעם "פּולין" מוזיי: "באהאלטן און פאראייביקן די ירושה פון די פּוילישע יידן, אָפּגעבן כּבוד דעם אָנדענק פון די פּוילישע יידן סיי ביי יידן סיי ביי פּאָליאקן, אין פּוילן און אויף דער גאנצער וועלט".

דאס "ווירטועלע שטעטל" גיט אָפּ א באריכט אויך וועגן געשעענישן אין דער הײַנטיקער פּוילישער יידישער קהילה און מערקט אָפּ היסטאָרישע דאטעס אין דער געשיכטע פונעם יידישן פאָלק אין פּוילן.

דאָס בילד וואָס איר זעט איז פון יורעקן. יורעק איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1932. זײַן זומער-וואקאציע האט ער פארבראכט אין נאָווע-וויעש לעבן לעמבערג. ער האָט מסתמא ליב געהאט זײַן צײַט אין דאָרף וואָס האָט אים געשאפן גליק און פרייד אין זײַן קורצן לעבן. מיר האָבן נישט קיין גענויע פּרטים וועגן דעם אָרט און דער צײַט פון זיין אומקום אינעם חורבּן. דאָס בילד ווערט דאָ פארעפענטלעכט צום ערשטן מאָל. יורעקס טויט איז אפילו נישט פארשריבן געוואָרן אין די ארכיוון פון "יד-ושם".

הײַנט געפינען זיך יורעקס מערדערס שוין אין גיהנום. זייער ראסע-טעאָריע און אימפּעריאליסטישע חלומות ליגן אינעם מיסטקעסטל פון דער געשיכטע. אָבער יורעק, פּונקט ווי אנדערע מיליאָנען אנדערע יידישע קינדער, גרויס און קליין, וועלן תמיד בלײַבן אין אונדזערע הערצער. צו פארגעסן איז נישט קיין אָפּציע. מיר וועלן קיין מאָל נישט מסכּים זיין אז פּוילנס יידן וועלן אויסגעמעקט ווערן פון דער געשיכטע און פונעם באוווסטזײַן אין פּוילן. דאָס "ווירטועלע שטעטל" איז א מקום-מיקלט פאר די אלע פּוילישע יידן וואָס האָבן געלעבט אויף פּוילנס ערד און אין די לענדער וואָס האָבן געהערט צו פּוילן במשך פונעם לעצטן יאָרטויזנט.

דאָס באנײַטע וועבזײַטל ווערט געעפנט פארן עולם מיטן נײַעם יידישן יאָר התשע''ח, און דווקא אין יידיש. ערשט שפּעטער וועלן מיר עפענען דאס וועבזײַטל אין די אנדערע שפּראכן, דהיינו פּויליש, ענגליש, העברעיש און דײַטש. מיר מאכן דאָס בכּיוון. מיר ווילן געדענקען אויף אזא אופן דעם עבר. מיר קענען נישט פּובליקירן כסדר אין יידיש. עס פעלן אונדז די פינאנציעלע מיטלען. מיר האָבן נישט קיין יידישע שרייבערס און רעדאקטאָרן. מיר ארבעטן אין מוראנוּוו, וואס איז געווען דאָס הארץ פון דער יידישער ווארשע און ווו מען האָט גערעדט יידיש ביז מיט אכציק יאָר צוריק. הײַנט איז די צאָל יידיש-רעדנערס אין ווארשע זייער א קליינע. יידיש האָבן זיי זיך געלערנט אינעם אוניווערסיטעט. פון דעסט וועגן ווילן מיר עפענען דאָס באנײַטע "ווירטועלע שטעטל" אויף "מאמע לשון". מיר האָבן בדעה צו פלעגן און ניצן יידיש אויף אונדזער וועבזײַטל, הגם די צאָל יידיש-לייענערס אין מיטל- און מזרח-אייראפע די טעג איז זייער באגרענעצט.

כּבוד דעם אָנדענק פונעם קליינעם יורעק און דעם יידישן פאָלק וואָס האָט געלעבט אויף דער פוילישער ערד.

בּרוך הבּא אין אונדזער "ווירטועלן שטעטל".

Drukuj